אן אומבאגרייפליכע טראגעדיע האט נעכטן באטראפן א פאמיליע אין ביתר, ווען א שריפה האט געקאסט דאס לעבנס פון צוויי יונגע קינדער ה״י פון איינע פון די חשוב'ע פאמיליעס אין שטאט ביתר,  א פיר יעריג מיידל און איר צוויי יעריגער ברודער, און אזוי אויך פארוואונדעט נאך זיבן.

דער אומגליק האט באטראפן די פאמיליע גינזבערג, ווען די עלטערן זענען געווען אינדרויסן פון שטאט צו ארלעדיגן געוויסע זאכן און געלאזט די קינדער אונטער די אויפזיכט פון א שכן. א נאכט-לאמפ האט געכאפט פייער און זיך אנגעכאפט אין די בעט, עס האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט, און צוויי פון די גרעסערע קינדער האבן נאך באוויזן צו לויפן צום שכן, אבער די צוויי יונגערע זענען ליידער געבליבן פארכאפט און זענען אומגעקומען אין די שריפה ל״ע.

די טראגעדיע האט גאר שווער באטראפן דעם שטאט ביתר און אידן אין ארץ ישראל, ספעציעל נעמענדיג אין באטראכט אז עס האנדלט זיך פון איינע פון די שענסטע משפחות אין די ליטווישע וועלט, אייניקלעך פון הגה״צ רבי יחזקאל לעווינשטיין זצ״ל, דער משגיח פון פאניוועזש און נאך גדולי תורה. די הארצרייסנדע לוויה, איז היינט ארויסגעגאנגען פון ביתר.
בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל