די אמעריקאנער יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן, אז אין א פארצווייגטע קאנטער-שפיאנאזש מיסיע איז געלונגן צו ברענגן א הויכראנגיקער כינעזער שפיאן קיין אמעריקע אים צו ברענגן צו יוסטיץ, נאכ׳ן אים איבעררעדן צו באזוכן בעלגיע וואו ער איז ארעסטירט און אריבערגעליפערט געווארן קיין אמעריקע.

דער שפיאן יאנזשון שו ווערט באשולדיגט אין ״עקאנאמישע שפיאנאזש״, מיט׳ן רויבן האנדלס טאקטיקן און אוויאציע סודות פון עטליכע אמעריקאנער פירמעס, אריינגערעכנט די אוויאציע אפטיילונג פון ״דזשענעראל עלעקטעריק״, וועלכע איז די וועלט'ס-גרעסטע פראדוצירער פון געוויסע טיילן פאר פליגער מאטארן.

אמעריקע באשולדיגט שוין לאנגע יארן כינע אין נוצן אגרעסיווע טאקטיקן אין ״עקאנאמישע שפיאנאזש״, און פארלעצן אמעריקאנער פאטענט געזעצן, אבער דאס איז די ערשטע מאל וואס אמעריקע טוט פאקטיש ארעסטירן א שפיאן וואס ארבייט דירעקט פאר די כינעזער רעגירונג, און דאס איז א גאר-באדייטנדע אנטוויקלונג.

דער ארעסט פון שו ווערט געזען ווי א טייל פון די אדמינסטראציע'ס באמיאונגען צו ברעכן כינע צו נאכקומען אמעריקאנער פארלאנגן ביי די געשפרעכן, וועלכע קומען יעצט פאר ארום די לעצטע האנדלס קריג צווישן די צוויי לענדער.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל