היסטאריע איז היינט אפגעצייכנט געווארן אין ניוארק עירפארט, ווען די וועלט'ס-לענגסטער פלייט פון ״סינגאפאר עירליינס״ איז אנגעקומען פון סינגאפאר מיט 150 פאסאזשירן נאכ׳ן פליען אין איין ציה פאר ארום 19 שעה, און דערמיט געבראכן די ביז יעצטיגע רעקארט פון ארום 17.5 שעה מיט ארום 90 מינוט.

דער לאנגער רייזע איז ערלויבט געווארן א דאנק די שפאגל-נייע עירבאס פליגער, וועלכע איז אויסגעשטאט מיט ספעציעלע טעכנאלאגיע וועלכע ערלויבט איר צו האלטן מער ברענשטאף און נוצט אויס ווייניגער ברענשטאף ביים זיך הייבן און לאנדען. דער פליגער פארמאגט 161 זיצן, איינגעטיילט צווישן ביזנעס קלאס וועלכע פארמאגט א בעט פאר יעדן פאסאזשיר, און דאן פּרימיום עקאנאמיע מיט באקוועמע זיצן. עס פארמאגט נישט קיין פשוט׳ע עקאנאמיע זיצן.

די פרייז פאר אזא רייזע איז היבש העכער ווי די געווענליך רייזעס, וועלכע קומען מיט א קורצע אפשטעל. עס איז ספעציעלע צוגעשטעלט פאר פארנומענע ביזנעסלייט, וואס קענען זיך נישט ערלויבן צו פארברענגען צופיל צייט מיט פליען. דער ערשטער פליגער איז געווען כמעט אינגאנצן אנגעפולט, מיט בלויז 11 ליידיגע זיצן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל