די מדינת ישראל מיליטער האט געמאלדן אז זי האט פארניכטעט א כאמאס טעראר טונעל, וועלכע האט זיך געשלענגלט פאר עטליכע הונדערט פוס אריין אין מדינת ישראל טעריטאריע. דער טונעל איז איינס פון צענדליגע וועלכע די טעראר גרופע בויעט, מיט די ציל צו אינפילטרירן מדינת ישראל, כדי צו דורכפירן טעראר אטאקעס און פארכאפן זעלנער.

די מיליטער ווייסט שוין דערפון פאר עטליכע מאנאטן, און זאגט אז זי האט ערשט שטודירט דעם הייל, און נעכטן האט זי דאס פארניכטעט. לויט די מיליטער, איז די טעכנאלאגישע מעגליכקייטן פון כאמאס שטארק געשטיגן, און דער טונעל איז געווען אויסגעשטאט מיט פארשידענע מאָדערנע טעכנאלאגיעס.

דער טונעל איז א טייל פון א ברייטע נעץ פון טונעלן, וואס כאמאס בויעט ביים גרעניץ פון מדינת ישראל. דאס יאר אליין האט שוין די מיליטער פארניכטעט 15 טונעלן, און די מיליטער זאגט אז דער יעצטיגע טונעל איז פארבינדען מיט נאך עטליכע טונעלן, און זי שאצט אז די קאסטן פון בויען און אויפהאלטן די טונעל ציעט זיך אריין אין די צענדליגע מיליאנען.

בילד

👈 זעהט ווידיא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל