דער רעגירונג פון סאודי אראביע האט געמאלדן, אז זיי וועלן פארלאנגען טויט שטראף פאר פינעף פארדעכטיגטע אין דער מארד פון דער דזשורנאליסט דזשאמאל כאשוגי, וועלכע איז אומגעברענגט געווארן אין דער סאודיער קאנסולאט אין איסטאמבול, טערקיי דעם דעם פארלאפענעם אקטאבער.

פראקורארן האבן געמאלדן אז עס איז שוין פארגעקומען איין געריכט פארהער פאר עלעף פארדעכטיגטע אינעם קאשאוגי מארד, דער סאודיער רעגירונג וועלכע האט שוין א צייט פריער געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט אכצן פארדעכטיגטע האבן דערווייל נישט קלארגעשטעלט דער סטאטוס פון די איבריגע זיבן ארעסטירטע. דער סאודיער רעגירונג שטייט אויס אונטערנאציאנאלע דרוק, זינט עס איז קלאר געווארן אז רעגירונגס איינגעשטעלטע זענען געשטאנען אונטער דעם קאשאוגי מארד, ווי אויך האט עס צוגעברענגט אז מער וועלט לענדער זאלן פארלאנגען אן ענדע צו דער סאודי אנגעפירטער מלחמה אין תימן, און דער סאודיער רעגירונג האפט אז די אנקלאגעס וועלן לינדערן די אונדערנאציאנאלע דרוק אויף די קעניגרייך.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל