היינט זענען ארויסגעקומען די ציפערן פארן פארגאנגענעם מאנאט, און עס צייגט אז דער פאזיטיווער וואוקס אין דשאבס האלט ווייטער אן, און אינעם לעצטן חודש זענען צוגעקומען 312 טויזנט דשאבס, באלד טאפלט פונעם געשאצטן ציפער פון 177 טויזנט, דער פראצענט פון ארבייטסלאזיגקייט איז פארט עטוואס געשטיגן צו 3.9, צוליב דעם וואס מער מענטשן קומען אריין אינעם דשאבס מארקעט, און אזוי אויך זענען געהעלטער געשטיגן ביי א יערליכע ראטע פון 3.2%, ארויף פון 3.1% א חודש פריער. דער פאזיטיווער באריכט קומט אין א קריטיש וויכטיגע צייט פאר די פינאנציעלע מארקעטס וואס האבן אין די לעצטע וואכן געזען שארפע פארלוסטן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל