די עדה החרדית הספרדית (א פליאלע פון דעם גרעסערן עדה החרדית), האט ארויסגעשטעלט א מודעה, אז אויב מען קויפט גאנצע פיש אין א פיש מארק, זאל מען דאס אונטערזוכן פאר סימני כשרות, ווייל נישט יעדע סארט פיש וואס ווערט גערופן טונא איז כשר. איין ביישפיל איז א פיש גערופן עסקאלאר (escolar), וועלכער ווערט אויך גערופן ווייסע טונא, אבער דאס איז א טריפה'נע פיש, א כשרות משגיח האט אויך איבערגעגעבן פאר די שרייבער פון די שורות, אז טונא אין א קען דארף אלעמאל האבן א הכשר אפילו אויב עס איז קלאר א כשר'ע סארט פיש.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל