אין א געוואלדיגער אקט פון מסירות נפש, האט א חב''ד רב וועלכע האט שוין אין דער פארגאנגענהייט מנדב געווען א ניר פאר א צווייטע איד, דאסמאל געמאכט א געוואלדיגע קידוש השם, מיט'ן מנדב זיין א חלק פון די לעבער. ר׳ אדם לעוויץ, א חשובער איד און טאטע פון דריי קינדער, האט זיך שטארק גענויטיגט אין א לעבער איבערפלאנצונג, און דער לאקאלער חב''ד רב אין ניו דזשורזי הרב אפרים שימאן, וועלכע האט אין דער פארגאנגענהייט מנדב געווען א ניר האט דאסמאל בייגעשטייערט א חלק פון זיין לעבער, עס מאכט זיך גאר זעלטן אז א ניר נדבן זאל אויך מנדב זיין א חלק פון די לעבער, ער האט זיך איינגעשפארט דאס צו טון טראץ וואס דאס איז א שווערע פראצעדור וואס איז פארבאטן אין רוב שפיטעלער.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל