באנדעס פון טאשן-שניידער גנבים פון דרום אמעריקע, האבן שטארק צוגעברענגט צו דער העכערונג פון סאבוועי פארברעכנס, לויט א פאליצייאישער באריכט. דער ניו יארקער פאליציי האט רעקארדירט א העכערונג פון 3.8 פראצענט טראנזיט פארברעכנס אין 2018, לויט דער טראנזיט הויפט פון ניו יארק סיטי עדווארד דעלעטארא, איז דאס א טייל פון א אלגעמיינער העכערונג אין גניבות אין ניו יארק סיטי.

א גרויס טייל פון דער העכערונג פון פראפעסיאנאלע טאשן-שניידער גנבים, קומען פון אזעלכע לענדער ווי קאלאמביע און טשילע. דעלעראטא האט צוגעלייגט אז די פאליציי האט לעצטנס ארעסטירט דריי פארברעכער, וועלכע האבן אנגעפירט א רינג פון טראנזיט גניבות, און ער האפט אז מיט זייער ארעסט וועלן די הויכע גניבה ראטעס אין די טראנזיט סיסטעם צוביסלעך פאלן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

Post a Comment

Previous Post Next Post