טערקישע מידיע קוועלער ווייסן צו זאגן, אז די סי-איי-עי פארמאגט קאנקרעטע באווייזן, אז דער מארד פון דעם סאודיער זשורנאליסט כאמאל קאשוגי, איז נישט געווען אן אפעראציע פון די נידריגע ראנגן אין די סאודיער שפיאנאזש ווי די סאודיער זאגן, נאר איז געקומען פון די העכסטע פענסטער.
עס איז נישט קלאר ווי פארלעסליך דער קוואל איז, אבער אמעריקאנער באריכטן זאגן אויך, אז די סי-איי-עי גלייבט א בין-סאלמען איז פערזענליך פאראנווארטליך. און אזוי אויך ווערט עס אונטערגעשטיצט פון די פאקט אז באלד נאכ׳ן מארד איז דער סאודיער אמבאסאדער אין וואשינגטאן אפגעפלויגן צוריק קיין סאודי אראביע.
פרעזידענט טראמפ האט היינט אבער ווידערהאלט, אז אמעריקע וועט נישט נעמען קיין שריט קעגן סאודי אראביע, זאגנדיג אז אפגעזען אויב דער פרינץ איז געשטאנדען דערונטער, איז עס קעגן די אמעריקאנער אינטערעסן צו שעדיגן די באציאונגען מיט טערקיי.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה