טראץ וואס די סאודיער רעגירונג זוכט זיך צו אפשאקלן פון די שולד איבער׳ן קאשוגי מארד און לייקנט אז דער קעניגליכער הויף איז געשטאנען דערונטער, זאגן אבער באריכטן אז דער סי-איי-עיי פארמאגט באווייזן אז דער קרוינפרינץ האט אייגענטליך יא פארארדנט דעם טויט פון דעם זשורנאליסט וועלכער איז געווען אן אויסגעשפראכענער קריטיקירער זיינער.

דער "וואשינגטאן פאוסט" - וועלכע האט באריכטעט דערוועגן - שרייבט, אז אויך דער ברודער פונעם קרוינפרינץ וועלכער איז דער סאודיער אמבאסאדער אין וואשינגטאן האט געהאט צוגעזאגט פאר קאשוגי אז ער "נעמט אחריות" אז עס וועט אים גארנישט פאסירן אינעם אמבאסאדע אין טערקיי, און אז ער האט באקומען א באפעל פון זיין ברודער צו איבערצייגן קאשוגי צו קומען צום אמבאסאדע אין איסטאנבול.

רעכטס: זשורנאליסט זשאמאל קאשוגי
לינקס: קרוינפרינץ מוכאמעד בין סאלמאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל