די ווייסע הויז איז נאכנישט פארטיג מיט דזשים אַקאָסטאַ, און פלאנירט נאכאלץ פטור צו ווערן פון דעם סי.ען.ען. קאַרעספּאָנדענט פאַר'ן דרוקן פּרעזידענט טראָמפּ צום וואנט מיט פּאָליטישע פראַגעס. די נייעס נעץ זוכט אַן עמורדזשענסי געריכט פארהער צו באַשיצן זיין צוטריט.

די באַלאַגאַן האט זיך אנגעהויבן ווען אַקאָסטאַ האט פארגעהאלטן טראָמפּ פאר'ן ארויסשטעלן א ווידיא עד וואס ווייזט ווי אימיגראנטן קריכן איבער א פלויט, צו אויפהייטערן די ראסיסטישע געפיהלן פון די אנטי-אמיגראציע וואָוטערס. אלע גרויסע נעצן האבן אפגעזאגט דאס ארויפצולייגן, אדער עס אראפגענומען ווי נאר די סקאנדאל האט אויפגעשטורעמט די סאציאלע מידיא, אבער טראָמפּ האט זיך פאר'עקשנ'ט און עס פארטיידיגט.

ווען אַקאָסטאַ האט אים פארגעהאלטן איבער די ווידיא און נישט נאכגעלאזט, און נאך אריינגעפרעגט איבער די אנגייענדע רוסישע אויספארשונג, איז טראָמפּ ארויס פון די כלים. די ווייסע הויז האט שפעטער צוגענומען אַקאָסטאַ'ס פּרעסע צוטריט, אבער א פעדעראלע ריכטער האט געאורטיילט אז די ווייסע הויז זאל צוריק אריינלאזן דעם סי-ען-ען רעפּאָרטער.

דעם פארגאנגענעם פרייטאג האט די ווייסע הויז געשיקט א בריוו צו אַקאָסטאַ (זעה בילד), אונטערגעשריבן דורך דעפיוטי שטאב הויפט ביל שיין און פרעסע סעקרעטארשע סערא האקעבי סאנדערס, לאזנדיג אים וויסן אז ער ווערט נאכאמאל ארויסגעווארפן.

היינט האט סי.ען.ען. אריינגעגעבן א פארלאנג אין געריכט פאר אַן עמורדזשענסי פארהער, צו באצווינגן די טראָמפּ אדמיניסטראציע צו אפשטעלן די רדיפות קעגן דעם דזשורנאליסט (זעה געריכט פאפירן).



ג
די ווייסע הויז'ס בריוו צו דזשים אַקאָסטאַ
די ווייסע הויז'ס בריוו צו דזשים אַקאָסטאַ

סי-ען-ען'ס ענטפער נעכטן
סי-ען-ען'ס ענטפער נעכטן

די סי.ען.ען. פארלאנג פאר א עמורדזשענסי פארהער אין געריכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל