די ען.וויי.פי.די. זוכט א מענטש אויסגעפרעגט צו ווערן איבער אַ ראַסיסטישע אַטאַקע אויף א באַן אין לאָוער מאַנהעטן.
אַ אומאידענטיפיצירטער פּאַרשוין האָט אַרויפגעקלעבט אַ סטיקער פון אַ סוואַסטיקאַ אויף אַ 6'ער באַן, נאוועמבער 4 פארמיטאג. ווי נאר די דרום-געריכטע באַן איז אנגעקומען צו די בליקער סטריט סטאַנציע. האט דער שפאנישער מענטש ארויפגעקלעבט דעם סטיקער און אויסגעלאפן און פארשוואונדען געווארן צווישן די פולע מענטש אין די סטאַנציע.
א מיטפארער האט גענומען א בילד פונעם פארשוין און גערופן די פאליציי.
הוסף רשומת תגובה