וואשינגטאן - די ווייסע הויז האט היינט סוספּענדירט פּרעסע צוטריט פאַר דזשים אַקאָסטאַ נאָכדעם וואס דער סי.ען.ען. רעפּאָרטער האט געהאט אַ געשפּאַנטע אויסטויש מיט פרעזידענט טראמפּ אינמיטן אַ פרעסע קאָנפערענץ.

פרעסע סעקרעטאַר סערא האקעבי סאנדערס האט געזאגט אין אַ סטעיטמענט אַז די אַדמיניסטראַציע וועט "קיינמאָל טאלערירן אַ רעפּאָרטער אויפהייבן זיין הענט אויף אַ פרוי" - באציענדיג זיך צו אַ שלעפעניש איבער די מיקראָפאָן צווישן אַקאָסטאַ און אַ ווייסע הויז יונגע ארבעטער.

"אזא אויפפירונג איז בכלל נישט אננעמבאר," האָט סאנדערס געזאגט אין אַ סטעיטמענט.

"דער פאַקט אַז סי.ען.ען. איז שטאָלץ פון די וועג וויאזוי זייער איינגעשטעלטער פריט זיך אויף איז נישט בלויז עקלדיק, עס איז אַ ביישפּיל פון זייער שאנדפולע אומאַכטונג צו יעדן, אַריינגערעכנט יונגע פרויען וואָס אַרבעטן אין די אדמיניסטראציע."

אַקאָסטאַ האט אנגערופן די באַשולדיגונג "אַ ליגנט".

סאנדערס האט צוגעלייגט אַז אַקאָסטא'ס פּאַס איז סוספּענדירט ביז עס וועט אנדערש געמאלדן ווערן.

טראמפּ האט פריער מוסר געזאגט פאר דעם זשורנאליסט, ווען ער האט געפרעגט איבער די אימיגראנטן קאַראַוואַן און די רוסישע אויספאָרשונג.

"איך טראַכטן דו זאָלסט מיך לאָזן פירן די לאנד, און דו לויף סי.ען.ען., און אויב דו וועסט עס גוט טוהן, וועט דיינע רעיטינס זיין פיל בעסער," האט טראמפּ געשטעפעט אַקאָסטאַ. ער האט צוגעגעבן: "עס איז גענוג. דאס איז גענוג. דאס איז גענוג. דאס איז גענוג - לייג אראפ די מייק". א ווייסע הויז שמש האט דאן צוגענומען די מייקראָפאָן פון אַקאָסטאַ.

דזשים אקאסטא



דזשים אקאסטא טוויט


סערא האקעבי סאנדערס' פולע סטעיטמענט

President Trump believes in a free press and expects and welcomes tough questions of him and his Administration. We will, however, never tolerate a reporter placing his hands on a young woman just trying to do her job as a White House intern.  This conduct is absolutely unacceptable. It is also completely disrespectful to the reporter’s colleagues not to allow them an opportunity to ask a question. President Trump has given the press more access than any President in history. Contrary to CNN’s assertions there is no greater demonstration of the President’s support for a free press than the event he held today. Only they would attack the President for not supporting a free press in the midst of him taking 68 questions from 35 different reporters over the course of 1.5 hours including several from the reporter in question. The fact that CNN is proud of the way their employee behaved is not only disgusting, it‘s an example of their outrageous disregard for everyone, including young women, who work in this Administration.  As a result of today’s incident, the White House is suspending the hard pass of the reporter involved until further notice.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל