די פרעסע האט נעכטן באריכטעט פון אינעווייניגסטע קוועלער איבער די לאנג-ערווארטעט מעלדונג פון עמעזאן איבער א צווייטע הויפטקווארטיר, לויט די באריכטן וועט עמעזאן צוטיילן דעם הויפטקווארטיר אין צוויי לאקאציעס, האלב דערפון וועט געבויט ווערן אין ניו יארק סיטי, און די אנדערע האלב אין ארלינגטאן, ווירדזשיניע.

דער ניו יארקער הויפטקווארטיר וועט - לויט דעם באריכט - זיין אין לאנג איילענד סיטי אין קווינס, מיט ארום 25,000 ארבייטער, אנגעהויבן פון אפיס איינגעשטעלטע, סאפטוועיר דעוועלאופער, און וועירהאויז ארבייטער.

עמעזאן האט נישט אפיציעל באשטעטיגט די באריכטן, אבער דער ניו יארקער גאווערנער האט אין די לעצטע מאנאטן גאר שטארק לאביאירט ביי עמעזאן אז זיי זאלן ברענגען די הויפטקווארטירן קיין ניו יארק. גאוו. ענדרו קאומאו האט זיך עפנטליך געווערטעלט אז ער איז גרייט צו טוישן זיין נאמען צו עמעזאן-קאומא, אויב דאס וועט העלפן ברענגען אהער דעם הויפטקווארטיר.

עמעזאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל