אריינגייענדיג אינעם פארמעסט האבן די רעפובליקאנער געהאט א קלארע אויבערהאנט ווען עס קומט צום סענאט, 42 פון די 50 סענאטארן זענען נישט אויסגעשטאנען קיין ווידערערוויילונג פארמעסט אין די צייט וואס בלויז 23 פון די 49 דעמאקראטן זענען נישט אויסגעשטאנען קיין פארמעסט, און די רעפובליקאנער זיצן זענען רוב אין סאליד רויטע שטאַטן.

אויף צו געווינען א מערהייט אין סענאט וואלטן די דעמאקראטן געדארפט האלטן אלע זייערע זיצן און אויסער דעם נאך איבערנעמען כאטש איין אדער צוויי זיצן פון אן אמטירנדער דעמאקראט, דאס האט זיך נישט אויסגעארבייט פאר זיי, און די רעפובליקאנער האבן אויסגעברייטערט זייער מערהייט, פאלגנד זענען עטליכע וויכטיגע פארמעסטן וואס די רעפובליקאנער האבן געווינען.

טעקסאס - טראץ וואס טעקסאס איז א טיף רויטע שטאַט וואס טראמפ האט געווינען מיט איבער 9 פונקטן האבן די דעמאקראטן דארט געלייגט גרויס האפענונג, וויבאלד זיי האבן דארט געהאט דער יונגער און ענערגישער בעטא אראורק וואס האט זיך פארמאסטן קעגן טעד קרוז וואס איז נישט ספעציעל פאפולער. עס איז געווען א היבש שמאלע פארמעסט אבער אראורק האט פארלוירן מיט 2 פונקטן.

מיזורי - אין מיזורי האבן די דעמאקראטן געהאט א היבש אומפאפולערע אמטירנדע סענאטארשע קלעיר מעקעטסקיל, זי איז א דעמאקראטישע סענאטאר אין א שטאַט וואס טראמפ האט באקוועם געווינען אין 2016, און ער האט טאקע שטארק קאמפיינט קעגן איר, און ווי עס זעט אויס האט זי פארלוירן צום רעפובליקאנער דזשאש האולי.

אריזאנע - אין אריזאנע איז געווען א היציגע פארמעסט אויף דעם זיץ פון דשעף פלעיק, א רעפובליקאנער וועלכער לויפט נישט פאר ווידערערוויילונג, אויף די רעפובליקאנער זייט האט זיך פארמאסן מארטא מעקסאלי, און קעגן איר די דעמאקראט קריסטען סינעמא אין איינע פון די שמעלסטע פארמעסטן, עס שטייט יעצט ביי א אונטערשייד פון ארום 14,000 שטימען, און דערווייל קוקט אויס אז די רעפובליקאנער קאנדידאט האט די אויבערהאנט, ספעציעל וויבאלד די גרינע פארטיי האט גענומען איבער 40,000 ליבעראלע שטימען.

נעוואדא - נעוואדע איז די איינציגע שטאַט וואס די דעמאקראטן האבן באוויזן צו אוועקנעמען פון די רעפובליקאנער, און דזשעקי ראזען האט באוויזן צו ארויסשטויסן דעם אמטירנדער סענאטאר דען העלער, דעמאקראטן האבן אויך גוט אנגעצויגן אין קאנגרעס פארמעסטן אין נעוואדע, א זאך וואס געט זיי האפענונג פאר 2020.

טענעסי - אויב וואלטן די דעמאקראטן געוואלט איבערנעמען סענאט וואלטן זיי געמוזט געווינען טענעסי ווי עס איז אן אפענע פארמעסט וויבאלד דער ביז יעצטיגער רעפובליקאנער באב קארקער איז נישט געלאפן פאר ווידערערוויילונג. אבער די דעמאקראטן האבן נישט באוויזן צו בלוי מאכן דעם רויטן שטאַט און די רעפובליקאנע קאנדידאט מארשע בלעקבורן האט געוואנען מיט א באקוועמע מערהייט איבער פיל ברעדסען.

פלארידע - פלארידע האט - ווי שטענדיג - געהאט דאס שמאלסטע פארמעסט איבער׳ן לאנד, עס האבן זיך פארמאסטן דער דעמאקראטישער אמטירנדער סענאטאר ביל נעלסאן קעגן דעם צוויי טערמיניגער גאווערנער ריק סקאט. שרייבנדיג די שורות איז נאכנישט דערקלערט געווארן קיין געווינער. ווי עס שיינט האט ריק סקאט א אויבערהאנט פון ארום 10-20 טויזנט שטימען, און ביל נעלסאן האט שוין געזאגט אז ער וועט פארלאנגען א איבערציילונג.

אינדיאנא - אין אינדיאנע האבן די רעפובליקאנער ארויסגעשטויסן אן אמטירנדער דעמאקראטישער סענאטאר, און דער רעפובליקאנער מייק בראון האט באזיגט דעם אמטירנדער דעמאקראטישער סענאטאר דשאו דאנעלי. אינדיאנא איז איינס פון די רויטע שטאטן וואס האבן נאך פארמאגט א דעמאקראטישן סענאטאר און עס איז געווען א ענגע פארמעסט.

נארט דעקאטע - אויך אין נארט דעקאוטע איז פארגעקומען א פארמעסט וואס איז שטארק נאכגעפאלגט געווארן, די אמטירנדע סענאטארשע היידי הייטקאמפ האט שטארק געקעמפט צו האלטן איר זיץ, אבער עס איז געלונגען פאר די רעפובליקאנער און פאר פרעזידענט טראמפ איר צו ארויסשטופן און ערוועלן קעווין קרעמער מיט א באקוועמע מערהייט (נארט דעקאטע איז איינס פון די קלענסע שטאטן אין אמעריקע, די אונטערשייד איז ארום 30,000 שטימען אבער עס איז ארום א 10% אונטערשיד).

וועסט ווירדשיניע - אין וועסט ווירדשיניע האט טראמפ העפטיג קאמפיינט קעגן דעם אמטירנדער דעמאקראטישער סענאטאר דשו מענטשין, אין א סטעיט וואס ער האט געווינען מיט איבער 40 פונקטן, איינע פון די שטערקסטע טראמפ געווינסן אין 2016, אבער פארט האט מענטשין באוויזן צו ארויסקומען מיט א באקוועמע מערהייט און באזיגט דעם רעפובליקאנער קאנדידאט פעטריק מאריסי.

ווי עס שטייט יעצט האבן די רעפובליקאנער זיך שוין פארזיכערט 51 זיצן, און זיי וועלן עס ווארשיינליך אויסברייטערן צו 53 נאכדעם וואס די רעזולטאטן אין פלארידע זענען ענדגילטיג, און נאכדעם וואס עס קומט פאר א ראנאף פארמעסט אין מיסיסיפי קומענדיגע וואך.

וואס האט פאסירט מיט סענאט?

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל