חרדי׳שע פאסאזשירן וואס זענען געפארן מיט׳ן אל-על פליגער דעם פרייטאג, האבן אויסגעדריקט אויפברויז און שאק ווען אנשטאט צו נעמען פאראנטווארטליכקייט איבער זייער שלימזל׳דיגע באדינונג, האט די לופטליניע זיי באשולדיגט אין "געוואלדטאטן און ווילדע אויפפירונג", נאכדעם וואס דער פליגער האט פארשפעטיגט פרייטאג און האט געזאלט אנקומען קיין ארץ ישראל אום שבת. די מאנשאפט פונעם פליגער האט געשפעטיגט מיט איבער דריי שטונדן, און די שומרי תורה ומצוות אויפ׳ן פליגער האבן זיך געבעטן אז זיי ווילן אראפגיין פונעם פליגער, אבער אנשטאט דעם האט מען זיי פארפירט מיט תירוצים אז מען קומט אן נאך פאר שבת, און צום סוף האט מען געמוזט פארקירווען דעם פליגער קיין גריכנלאנד.

אבער די פירערשאפט פון ״אל-על״ האט - אנשטאט זיך אנטשולדיגן - געעפנט מיט א שמוץ קאמפיין קעגן די חרד׳ישע אידן אויפ׳ן פליגער, און זיי באשולדיגט מיט "בארבארישע אויפפירונג" און אז זיי האבן געוואלט אויפברעכן דעם טיר פונעם פליגער און אז זיי האבן פיזיש אנגעגריפן די מאנשאפט. פילע אנווענזדע אויפ׳ן פליגער האבן עדות געזאגט, אז דאס איז נישט אמת.

נאכ׳ן קומען אונטער דרוק, האט אל-על ערשט היינט געזאגט אז זי וועט פארגוטיגן אלע רייזנדע מיט קאמפענסאציע, און אז זי וועט אויפשטעלן א קאמיטע וואס וועט איבערקוקן דעם אינצידענט און איינפירן פאליסיס וואס זאלן פארמיידן אזא אינצידענט אין די צוקונפט.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל