א גרופע טעראריסטן זענען היינט אינדערפרי אנגעפאלן דעם כינעזער אמבאסאדע געביידע אין קאראטשי, און אנגעהאלטן א פייער אויסטויש פון איבער א שעה מיט די זיכערהייט קרעפטן. די דריי טעראריסטן זענען אומגעברענגט געווארן, און אזוי אויך צוויי זיכערהייט וועכטער.

א גרופע וועלכע רופט זיך דער "ארמיי צו באפרייען באלאשיסטאן" האט גענומען פאראנטווארטליכקייט. די גרופע קעמפט פאר די זעלבסשטענדיגקייט פון דעם באלאשיסטאן ראיאן אין פאקיסטאן, און האבן שוין א רעקארד פון טעראר אטאקעס קעגן פאקיסטאנער צילן, און זענען אויפגעברויזט איבער כינעזער פראיעקטן אין דעם ראיאן.

אין א באזונדערע אינצידענט אין די זעלבע צייט — אבער נישט פארבינדען, האבן זעלבסמערדער טעראריסטן באפאלן א מארק אין אראקזאי, פון וועלכע 30 זענען אומגעקומען. דער אטאקע האט געצילט א געגענט שטארק באוואוינט מיט שיאטישער מוסלעמענער.

👈 זעהט ווידיא

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל