שפאניע האט באשולדיגט דעם אייראפעאישן פאראיין אין ״פארראט״ צוליב דעם וואס זי האט זיך געבויגן צו די בריטישע פארלאנגען איבער גיבראלטאר אינעם ברעקזיט אפמאך וואס ליגט יעצט אויפ׳ן טיש, און האבן פארשפראכן צו באקעמפן דעם אפמאך מיט זייער וועטא מאכט ווילאנג מען קומט נישט נאך זייערע פארלאנגען, און דערמיט שטעלן זיי א פרישן געפאר פאר די אנגייענדע ברעקזיט געשפרעכן.

גיבראלטאר איז א בריטישע טעראטאריע וועלכע זיצט געאגראפיש אין שפאניע, און זי איז אריינגערעכנט געווארן אינעם ברעקזיט אפמאך אלס א אינטעגראלע טייל פון בריטאניע, אבער שפאניע האט אן היסטארישע סכסוך מיט בריטאניע איבער הערשאפט איבער גיבראלטאר און פארלאנגען אז גיבראלטאר זאל האבן א באזונדערע סטאטוס, און אז בריטאניע זאל דארפן פארהאנדלן מיט שפאניע דערוועגן.

דאס איז א פרישע קאפ ווייטאג פאר די בריטישע פרעמיער מיניסטארשער טעריסא מעי וועלכע שטייט אויס אפאזיציע און קעגנערשאפט אויך אין בריטאניע איבער דעם ברעקזיט אפמאך וואס זי האט אויסגעהאמערט נאך לאנגע חדשים פון פארהאנדלונגען. און קען פירן דערצו אז בריטאניע זאל זיך אפטיילן קומענדיג מערץ 29 אהן קיין אונטערגעשריבענע אפמאך.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל