רעפובליקאנער קאנגרעסלייט וועלכע שטייען אין שפיץ פונעם יוסטיץ קאמיטע אין קאנגרעס, האבן אין אן איבעראשנדע שריט געשיקט סובפינעס פאר דעם געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי און די געוועזענע אטוירני זשנעראל אונטער פרעזידענט אבאמא לורעטע לינטש, זיי צו אויספרעגן איבער אנגעבליכע ״איינזייטיגקייט״ אין די הילערי קלינטאן אימעיל אויספארשונג און די רוסישע אינטערווענץ אין די וואלן.

דאס איז טייל פון א פארזוך צו אויסנוצן די לעצטע פאר וואכן וואס זיי זענען ביי די מאכט צו צימבלען קאומי און לינטש, און צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו זייערע טענות איבער אנגעבליכע אנטי-טראמפ סענטימענטן אינערהאלב די עף-בי-איי און די אבאמא יוסטיץ דעפארטמענט. די סובפינעס זענען פאר אקטאבער 3 און 4, געציילטע וואכן פאר די נייע יאר, ווען דעמאקראטן נעמען איבער די קאמיטעען.

לינטש האט אנגעדייטעט אז זי וועט קאאפערירן מיט די אויספארשונג, וועלכע איז אונטער פארמאכטע טירן, אבער קאומי האט געזאגט אז ער וועט נישט קומען צו א פארהער אונטער פארמאכטע טירן ״איך האב צופיל ערפארונג מיט זייערע ליגנטס, און זיי לאזן ארויסרינען האלבע זאכן פון דעם פארהער, איך בין גרייט צו קומען סיי ווען, אבער בלויז פאר אן עפנטליכע פארהער״ האט ער געשריבן.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל