דער שטאב הויפט דזשאן קעלי האט נעכטן אונטערגעשריבן א דאקומענט, וועלכע געט ערלויבעניש פאר אמעריקאנער טרופן ביים מעקסיקאנער גרעניץ צו נוצן, טויטליכע מאכט אין פאל די סיטואציע גייט ארויס פון קאנטראל, און אזוי אויך קענען זיי פארהאלטן און ארעסטירן אומלעגאלע אימיגראנטן, דאס גייט קעגן די פריערדיגע פארארדענונג אז די טרופן זענען דארט בלויז אויף צו העלפן בויען שטרויכלונגען און העלפן די גרעניץ וועכטער. דער פרעזידענט האט אויך געסטראשעט אז ער וועט צייטווייליג גענצליך אפשפארן דעם גרעניץ צווישן אמעריקע און מעקסיקא, ביז זאכן קומען אונטער קאנטראל, צולייגנדיג א סטראשע אז ״מעקסיקא וועט נישט קענען פארקויפן אירע קארס קיין אמעריקע״ ביז ווען די גרעניץ איז פארזיכערט.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל