אין 2015 האבן אויטאריטעטן אין שפאניע געמאלדן, איבער א פראגראם וועלכע וועט שענקן בירגערשאפט פאר ספרד׳ישע אידן, וועלכע שטאמען פון יהדות ספרד, וואס זענען פארטריבן געווארן פון שפאניע און פארטוגאל ביים גירוש שפאניע. און די אויטאריטעטן האבן באריכטעט אז דורכאויס די דריי יאר, האבן נאנט צו צען טויזנט באקומען בירגעשאפט א דאנק דעם פראגראם.

אויף צו באקומען בירגערשאפט דארף מען איבערווייזן דעם אפשטאם, און אזוי אויך דארף מען אריבערגיין א טעסט אין שפאניש, צו ווייזן אז מען קען דעם שפראך, צוליב דעם זענען טאקע די איבערוויגנדע מערהייט פון די בירגער איינוואוינער אין דרום אמעריקע וואו מען רעדט שפאניש. און ווי באקאנט וואוינען דארט אסאך אפשטאמיגע פון אנוסים.
בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל