ראשי המוסדות און רבנים טוען אפהאלטן באראטונגען אין די טעג וויאזוי צו באהאנדלן די פרישע פארשריפטן פון דעם ניו יארקער עדיוקעישן דעפארטמענט, וועלכע שטעלט אוועק רעגולאציעס איבער לימודי חול פאר אלע פריוואטע שולעס אין ניו יארק, און דאס שטעלט א פראבלעם פאר מוסדות התורה צו נאכקומען.

די נייע רעגולאציעס פארלאנגען פיל מער שעות פון סעקולארע שטודיעס און פארלאנגט א מינימום פון 6 שעה א טאג ביז די 8'טע קלאס, א זאך וואס לאזט נישט איבער קיין צייט פאר לימודי קודש. און די עדיוקעישן דעפארטמענט וועט שיקן אינספעקטארס צו אונטערזוכן אויב די מוסדות קומען נאך די פארשריפטן. די פארשריפטן פארלאנגן אז קינדער ביז די 4'טע קלאס דארפן לערנען זיבן נושאים אין לימודי חול (ענגליש, מאטעמאטיקס, פיזיקס, טעכנאלאגיע, היסטאריע און ציווילע שטודיעס) און קינדער העכער די 5'טע קלאס דארפן לערנען און אויסער דעם דארף מען אויך איינפירן ״ארט פראגראמען״ צו אויסלערנען די קינדער מאלן, זינגען, טאנצן א.ד.ג.

אויב קומט מען נישט נאך די פארשריפטן דאן וועלן די מוסדות פארלירן דעם סטאטוס פון א לעגאלע שולע, און דערמיט פארלירן פילע רעגירונג פראגראמען, און אזוי אויך וועלן די עלטערן אויסשטיין געוויסע סאנקציעס פאר׳ן נישט לייגן זייערע קינדער אין א אנערקענטע שולע. די פארשריפטן אנערקענען אבער די וויכטיגקייט פון לימודי קודש און לאזט אפן א טיר פאר פארהנדלונגען צווישן די ישיבות און די עדיוקעישן דעפארטמענט צו נעמען אין באטראכט די געברויכן פון ישיבות.
אין די טעג ארבייטן עסקנים פון ״פוירלס״ צו פארשטעלן פאר די עדויקעישן דעפארטמענט א פולע פראגראם פון די לימודים וואס תלמידי המוסדות באקומען אין ניו יארק, און צייגן אז די קינדער באקומען א גוטע און פולקאמע חינוך, און דארפן נישט אנקומען צו די ״טובות״ פון דרויסנדיגע פארזארגער.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל