די מידיא איז פארנומען איבער די ארויסגערינענע דעטאלירטע סדר היום פון פרעזידענט טראמפ. עס איז וויכטיג פאר מען בלאזט עס אויף אדער מען מאכט עס אוועק, עס צו פארגלייכן מיט די סקעדזשולען פון די פריערדיגע פּרעזידענטן, צו פארשטיין וויאזוי עס פלעגט זיין "נארמאל", און צו זיין פּרעזידענטן איז טאקע אזוי מאדנע.

פּרעזידענט טראָמפּ צייט אויסגערעכנטקייט - אָדער די פארקערטע... - האט נישט קיין פּרעצעדענט אין די לעצטיגע היסטאריע. צו שטעלן די נייע באריכט איבער זיין סקעדזשול אין קאָנטעקסט, וועט זיין אינטערערסאנט צו הערן פון פריערדיגע הויפט געהילפן צו פּרעזידענטן באַראַק אבאמא, דזשארדזש וו. בוש און ביל קלינטאן.


די גרויסע בילד: די אונטערשייד צווישן טראָמפּ און זיינע פארגייער איז גאר מאדנע.


טראָמפּ איז דער ווייניגסטע ענליך מיט דזשארדזש וו. בוש

בוש'ס קאַלענדאַר איז געווען ענג גע'סקעדזשול'ט און אויסגערעכנט מאנאטן פאָראויס. בוש פלעגט אויפשטיין בערך 5:15 פארטאגס; טרונקן קאַווע מיט זיין ווייב; לייענען די פרישע צייטונגען; און אונקומען צום אָוועל אָפיס נישט שפעטער וואו 6:45, לויט אַ געוועזענע הויפט געהילף וואס גערעדט אַנאָנים צו אויסמיידן טראָמפּ באליידיגונגען...

בוש 43 איז געווען דיסיפלינירט פונקליך. זיין פלאנירער האבן צעבראכן זיינע טעג אין 10-מינוטיגע אפטיילונגען, מיט דער ערשטער באַגעגעניש אַרום 8:15 צופרי, לויט דעם געהילף.

א 20 מינוטיגע באַגעגעניש וואָלט געלאפן איבער צוויי קאלענדער טיילן; מיטינגען האבן זיך אנגעהויבן פרי און געענדיגט צייטליך. אויב בוש האט געוואלט פאָרזעצן אַ שמועס מיט אַ דרויסענדיגער, האט זיין שטאב פּלאַנירט  אַ נאָכפאָלגענדע באַגעגעניש אנשטאט.

ער האט אמאל גע'וואַטש'ט ספורטס אין דעם רעזידענץ, אָבער זעלטן געעפנט א טעלעוויזיע אין דער וועסט ווינג.

נאָכדעם וואס בוש האט פאַרענדיקט זיין אַרבעטס-טאָג, אַרום 5:30 אָדער 6:00, פלעגט ער מאכן עקסערסייז אויף זיין עקסערסייז-בייק, געענדיקט נאכטמאל ביי 7:30, געלייענט זיין בריעפינג מאַטעריאַלן אין די טריטי רום, און זיין אין בעט לייענענדיג אַ בוך בערך 9:00 ביינאכט, לויט דעם געהילף.

באַראַק אבאמא איז געווען ענליך דיסיפלינירט. אבער אנדערש וואו בוש, פלעגט ער אמאל אויף בלייבן ביז 2 פארטאגס לייענען.

זיין טעגלעך פּריוואַטע סקעדזשול האט - אין אלגעמיין - געהאט 6 מיטינגען, ווי אויף שפיאנאזש און עקאָנאָמישע בריעפינגס, לויט צו אַליסע מעסטראָמאָנאַקאָ, זיין דעפּוטי טשיף אוו סטעף פאַר אַפּעראציעס.

אבאמא פלעגט אנקומען צו די אָוועל אָפיס אַרום 9 צופרי און פארלאָזן אַרום 6 אָדער 6:30 נאכמיטאָג פאר נאכטמאל מיט זיי פאמיליע. ער פלעגט האָבן אָווענט סקעדזשולס אַרום 3 נעכט אַ וואָך און פלעגט אַרומפאָרן דאַמעסטיש בערך 3 מאל אַ מאנאט, האט מעסטראָמאָנאַקאָ געזאגט.

"עס זענען געווען אומגע'סקעדזשול'טע שטיקער צייט, אָבער זיי זענען געווען זעלטן, און געווענליך גלייך בעפאר א גרעסערע מאָומענט - אויסלענדישע רייזעס, סטעיט אוו די יוניאן, א.ד.ג.", האט זי געשריבן.

טראָמפּ’ס צוגאַנג צו סקעדזשולס ענדלט די מערסטע צו די פריע צייטן פון ביל קלינטאן, לויט דעם פּרעזידענטליכע היסטאריקער קריס ווהיפּל.

קלינטאָן איז געווען אומדיסיפלינירט, כראניש שפּעט - אַזוי ווייט אַז זיין דעפּוטי טשיף אוו סטעף ערסקין באָועלס האט אדורכגעפירט אַ "צייט און באַוועגונג" שטודיע פון די פּרעזידענט צו אויסרעכענען וואו אַלע צייט גייט פארלוירן...

ווען קלינטאָן'ס פּרעזידענטשאפט האט אויפגעוואקסן, האבן זיך זיינע טעג אין די אָוועל אָפיס געווענליך אנגעהויבן מיט אַ 9 אזייגער זיצונט מיט זיין שטאב-הויפּט נאכגעפאלגט מיט זיין שפיאנאזש בריפינג, לויט געהילפן פון די קלינטאן ווייסע הויז.

איינמאָל אין די אָוועל אָפיס, האט קלינטאָן געווענליך פארבראכט דעם טאָג דאָרט. די שטאב האט געבויעט ט צייט פּלאַן פאַר אים צו לייענען פּאָליטישע בריעפינגען, זיצונגען מיט שטאב און מאַכן טעלעפאָן רופן. ער האָט אריינגעארבעט שפעט אין די אווענט, אָפט מיט באגעגענישן, האט די געהילף געזאגט.

מעק מאַקלאַרטי, קלינטאָן'ס ערשטע שטאב-הויפּט, האט דערציילט אַז כאָטש וואס קלינטאָן האט אָפט אפגענויגט פון זיין סקעדזשול, האט ער אנגעהויבן די טאָג מיט אַ סטרוקטור - געווענליך מיט יעדער שעה פול.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל