א אנאנימע ווייסע הויז שטאב מיטגליד האט ארויסגעגעבן פאר די פרעסע דעם דעטאלירטן קאלענדער פון פרעזידענט טראמפ, אין וועלכע עס איז פארצייכנט זיין פונקליכער סדר היום דורכאויס די לעצטע האלב יאר. דער דאקומענט צייגט אז דער פרעזידענט פארברענגט ארום 60 פראצענט פון זיין צייט אויף פארשידענע אנלעגנהייטן ווי קוקן טעלעוויזיע און אזוי ווייטער...

דער באריכט צייגט אז טראץ וואס ער שטייט אויף פרי פארטאגס, הייבט ער אן זיין ארבעט ארום 11 אזייגער ווען ער באקומט דעם בריעפינג פון די שפיאנאזש הויפטן. דער דאקומענט צייגט אז זינט די פארלאפענע מיד-טוירם וואלן, האט טראמפ געהאט בלויז 77 שעה פון אפיציעלע באשעפטיגונגען, און ארום 300 שעה פון פארשידענע אנדערע אנלעגנהייטן.

דאס ווייסע הויז האט נישט אפגעלייקנט די אויטענטישקייט פונעם דאקומענט, אבער האט אונטערגעשטראכן אז די אנדערע צייטן נעמט אויך אריין טעלעפאון רופן און פארשידענע זאכן וואס ער טוט צו ערפולן זיינע אויפגאבעס אלס פרעזידענט. זיי האבן אויך שארף אראפגעריסן דעם אקט פון ארויסרינען אזא סענסיטיווע דאקומענט, זאגנדיג אז דאס איז א שארפע פארלעצונג פונעם פראטאקאל.

זעהט וויאזוי טראָמפּ’ס סקעדזשול פאַרגלייכט זיך צו פאַרגאַנגענע פּרעזידענטן

פרעזידענט דאנעלד טראמפ
פרעזידענט דאנעלד טראמפ זעהט אויס לאנגווייליג אין די אוועל אפיס

וואס טוט טראמפ מיט'ן טאג?
וואס טוט טראמפ מיט'ן טאג?

פולע סקעדזשול דאקומענט

טראמפ'ס סקעדזשול פאר יאַנואַר 3
טראמפ'ס סקעדזשול פאר יאַנואַר 3

טראמפ'ס סקעדזשול פאר יאַנואַר 4
טראמפ'ס סקעדזשול פאר יאַנואַר 4
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל