דער דעמאקראטישער גאווערנער ראלף נארטעם פון ווירדשיניע שטייט אויס שטארקע דרוק פון זיין אייגענע פארטיי און פון פאליטישע קעגנער צו אפטרעטן פון אמט, נאכדעם וואס עס זענען אפירגעקומען בילדער פון זיין יוגנט אין וועלכע ער באקליידעט זיך אין "קעי.קעי.קעי." מונדירן און פארבט זיך דאס פנים אין שווארץ, א זאך וואס ראסיסטן האבן געטוהן צו אפשפעטן פון שווארצע. דער גאווערנער לייקנט אז ער איז דער אונטער דעם מונדיר, און זאגט אז דאס איז געווען א וויץ וואס זיינע שולע פריינד האבן געמאכט און האט אויסגעדריקט חרטה אויף דעם וואס ער האט זיך געפארבט שווארץ דאס פנים. נארטעם שטייט אבער אויס שטארקע דרוק צו רעזיגנירן פון אמט, אריינגערעכנט פון דעמאקראטישע פארטיי פירער.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל