מאסקווע האט געמאלדן אז זי וועט קאארדינירן געשפרעכן צווישן טאליבאנער און אפגאנער פאליטישע פארטייען וועלכע זענען אין די אפאזיציע קעגן דעם אמטירנדער פרעזידענט אשראף גאני, בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס אמעריקע האט געמאלדן פארשריט אין אירע געשפרעכן מיט די טאליבאנער. דאס ווערט געזען ווי א שריט פון מאסקווע צו אונטערמינעווען די אמעריקאנער איינפלוס אין אפגאניסטאן, און דערביי אפשוואכן דעם אמעריקאנער געשטיצטע רעגירונג. צווישן די פארשטייער, זענען פאליטיקאנטן וועלכע זענען נאנט צו רוסלאנד און גרייטן זיך צו לויפן קעגן גאני אין די קומענדיגע וואלן.

די גאני אדמיניסטראציע האט שטארק קריטיקירט די געשפרעכן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל