דער איראקער פרעזידענט האט שארף רעאגירט צו אן אינטערוויו פון פרעזידענט טראמפ אין וועלכע ער האט געזאגט אז ער וויל לאזן אמעריקאנער קרעפטן אין איראקער באזעס כדי צו האלטן אן אויג אויף די דערנעבנדיגע איראן.

פרעזידענט באַרהאַם סאַליע האט געזאגט אז טראמפ האט געמאכט דעם סטעיטמענט פאר ער האט עס איבערגערעדט מיט איראקער באאמטע און געפרעגט זייער ערלויבעניש. ער האט צוגעלייגט אז אמעריקע האט אינוואדירט איראק צו באקעמפן טעראריזם, און דאס דארף פארבלייבן איר מיסיע, און אז איראק ווערט איר נישט ערלויבן צו נוצן איר באדן פאר אנדערע צוועקן.

דער איראקער פרעזידענט האט אויך געזאגט אין א סטעיטעמענט, אז אמעריקע קען נישט ארויפצווינגען איר אויסערן פאליסי אויף איראק, און איראק וועט ווייטער האלטן א פריינטליכע פארבינדונג מיט איראן און נישט ערלויבן קיין פיינטליכע אקטיוויטעטן קעגן איר פון איראנער באדן.

באַרהאַם סאַליע
דער איראקער פרעזידענט באַרהאַם סאַליע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל