די מעטראפאליטען דיטענטשין צענטער אין ברוקלין איז דורכאויס די לעצטע טעג געקומען אונטער קריטיק, נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז זייער געביידע איז שוין אפעקטירט פון א קורצשלוס עטליכע טעג, אהן קיין לעקטער און הייצונג.

ווי פארשידענע באריכטן דערציילן, האט זיך דער קורצשלוס אנגעהויבן פארלאפענע מיטוואך, ווי דער גאנצער בנין איז טונקל געווארן. איבערלאזנדיג די איבער 1,600 ארעסטאנטן אהן קיין הייצונג דורכאויס די גאר קאלטע טעג דעם פארלאפענע ענדע וואך.

א ווארטזאגער פאר די טורמע האט פארשפראכן אז ווי ס׳קוקט אויס וועט די לעקטער און הייצונג שוין זיין צוריקגעשטעלט היינט נאכט.

דעם פארלאפענעם פרייטאג צונאכטס האבן די ארעסטאנטן פונעם קאלטן טורמע פראטעסטירט, דורכן האקן אויף די פענסטער פון זייערע צעלן צו די גאס, צו באקומען אויפמערקזאמקייט פון אינדרויסן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל