פאליציי האט אידענטיפיצירט די דריי יוגנטליכע וועלכע זענען פאריגע וואך מיטוואך נאכט איבערגעפאלן צוויי אידן אין קראונהייטס. דער ברוקלין דיסטריקט אטוירני עריק גאנזאלעז האט געזאגט אז די דריי וועלן ווערן אנגעקלאגט מיט האסן פארברעכנס נאכדעם וואס די אויספארשונג צייגט אז די אטאקע האט געהאט אנטיסעמיטישע מאטיוון. די באטראפענע פון די אטאקע זענען א 51 יעריגער איד וועלכער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט שווערע וואונדן, און א 22 יעריגער ישיבה בחור פון אויסטראליע, אין ביידע פעלער האבן זיי נישט פרובירט צו בארויבן די קרבנות, נאר פיזישע אנגעגריפן, א זאך וואס צייגט אז זיי זענען געווען מאטיווירט פון פיינטשאפט. א פאליצייאישע באריכט זאגט אז דאס יאהר זענען שוין פארגעקומען צוואנציג אזעלכע פעלער.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל