א געזעץ פארשלאג אינעם סיטי קאנסיל, פארלאנגט צו טוישן דעם דענערווירנדער סירענע פון ניו יארקער פייערלעשער און פאליציי, און עס טוישן מיט אן אנדערע סארט קלאנג וואס ווערט גענוצט אין אייראפע, און איז ווייניגער פארטייבענד, טראץ וואס עס איז גענוג הויך צו אלאמירן אנדערע קארס זיך צו רוקן צו די זייטן. די געזעצגעבער זאגן אז דער סאמע מערסטע קאמפלעינס אינעם שטאטישן 311 האטליין זענען די הויכע גערודער אין די ניו יארקער גאסן, און טוישן די סירענעס וועט לינדערן די גערודער וואס ניו יארקער האבן אויסצושטיין. אויב וועט דאס געזעץ באשטעטיגט ווערן וועלן די אגענטורן האבן צוויי יאר צו טוישן צו די ״אייראפעאישע״ אלארמס.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל