א פאָרשלאָג צו בויען אַ טונעל וואס זאל לויפן דורך דאַונטאַון ברוקלין, אַ געדאַנק וואס די סטעיט האט שטודירט אין 2010, איז באקומען פרישע אינטערעסע.
ווען די ברוקלין-קווינס עקספּרעס פון אַטלאַנטיק עוועניו ביז די באקאנטע סענדס סטריט שטייט אויס אַ מאַסיווע 3.4 דאלערדיגע איבערבוי, אַ איינמאליגע געלעגנהייט האט זיך געעפנט, זאגט לאנג-יעהריגער קאובל היל קאמיוניטי פירער און גראַפיק דעזיינער רוי סלאָון. סלאָון איז אַויפגעקומען מיט די טונעל קאנצעפט ביי אַ פּלאַנירונג סעסיע אין יוני 2010. סלאָון, א געוועזענע פרעזידענט פון די קאובל היל אסאסיאציע, האט באשטעטיגט אז ער איז נישט קיין אינזשעניר. ער איז אָבער אַ מיטגליד פון דער אָריגינעל ברוקלין-קווינס עקספּרעס ראטגעבער קאַמיטע און די לענגסטע-דינענדע בירגער מיטגליד פון די קאַמיוניטי באָרד 6 טראַנספּארטאציע קאמיטע.

א דריי מייליגע טונעל, לויפענדיג פון די גאָוואַנוס עקספּרעסוועי געגנט נעבן די אינטערסעקשאָן פון פאָרט עוועניע און די פּראָספּעקט עקספּרעסוועי דרום זייט ביז פלאָשינג עוועניו צפון זייט, וואָלט דורכגעשניטן די צייט וואס עס נעמט צו פארן פון גאָוואַנוס ביז די ברוקלין נעווי יאַרד מיט 10 צו 30 מינוט פּער טריפ, זאגט סלאָון. עס וועט העלפן עלימינירן טראָק פאַרקער וואס פארן יעצט דורך לאקאלע גאסן, און מערסטענס פון די קאָסטן פון בויען און אויפהאלטונג פונעם טונעל וועט פינאנצירט ווערן דורך באניצערסף ווייל דער טונעל וועט קאסטן א אָפּצאל דורכצופארן, און קאָנסטרוקציע קען פינאנצירט ווערן דורך באָנדס.
הוסף רשומת תגובה