היינט איז געווען בעסער לגבי די ווינטען, אבער גוט קאלט. די קומענדיגע שטורם וועט זיין א שוואכע, אבער מיט קעלטערע לופט ברענגט עס מערסטענס שניי אפילו אין שטאט. די שניי וועט אבער זיין לייכט און עס זעהט נישט אויס צו ברענגען מער ווי א דינע שיכט שניי ביז איין אינטש. אפסטעיט וועט די שניי זיין אביסל שווערער מיט א צוויי צו אפילו דריי אינטשעס מעגליך אין מאנסי און אויך קרית יואל. העכער ארויף, ווי אלבאני, קען מען זעהן 4-6 אינטשעס שניי. דאנערשטאג און פרייטאג ווערט טייל זוניג און שענער. עטליכע קליינע שנייען אדער שניי געמישט מיט רעגנס וועלן דעמאלטס זיין מעגליך, איינס פון שבת פארטאגס ביז נאכמיטאג, און נאך איינס זונטאג נאכט ביז מאנטאג צופרי. אויסער דעם בלייבט ארום נארמאל קאלט פאר די צייט פון ענדע ווינטער.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-🌛💨20
מיטוואך-☁️◀️🌨?28
נאכט-🌨28
דאנערשטאג-🌤40
פרייטאג-🌤40
שבת-🌧?45
זונטאג-🌤40
מאנטאג-🌤35
דינסטאג-🌤35

לעיקוואוד
היינט נאכט-🌛☁️💨22
מיטוואך-☁️32
נאכט-🌨◀️⛷32
דאנערשטאג-🌤42
פרייטאג-🌨?◀️🌤42
שבת-🌧?45
זונטאג-🌤42
מאנטאג-🌤35
דינסטאג-🌤35

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-🌛💨14
מיטוואך-☁️◀️🌨25
נאכט-❄️23
דאנערשטאג-🌤36
פרייטאג-🌤37
שבת-🌨◀️🌧?38
זונטאג-🌤35
מאנטאג-🌤30
דינסטאג-🌤30




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל