נאך יאהרן פון קריגערייען, זענען דער מעיאר און גאווערנער ארויסגעקומען מיט א געמיינזאמע סטעיטמענט אז זיי האבן זיך פארגליכן אויף א פלאן צו לייגן א שטייער אויף קארס וועלכע פארן ארום אין די פארנומענע טיילן פון מאנהעטן אין די פארנומענע שטונדען. א פלאן וועלכע וועט לינדערן די שרעקליכע טראפיק אנלייגעניש, און די איינקונפטן וועלן גיין אויף צו פארריכטן דעם צובראכענעם סאבוועי סיסטעם.

דער פלאן איז ארגינעל פארגעשלאגן געווארן דורך קאומא, אבער מעיאר דעבלאזיא האט זיך קעגנגעשטעלט, און אנשטאט פארגעשלאגן א שטייער אויף די סאמע רייכסטע אין ניו יארק אויף צו פינאנצירן א מאסיווע איבערפרישונג פאר די סאבוועי. אבער דער מעיאר האט געזאגט אז ״מען לויפט אויס פון צייט״, און האט דעריבער באוויליגט צו שטיצן קואמא׳ס פלאן.

דער פראגראם וועט ארויפלייגן א טאל שטייער אויף אלע קארס וועלכע פארן אין צענטער פון מאנהעטן. עס וועלן זיין פארשידענע פרייזן, געוואנדען אין פארשידענע פאקטארן. א ענליכע פראגראם אין לאנדאן האט געהעכערט די רייזנדע אין פאבליק טראנספארטאציע מיט 37 פראצענט, און גענידערט די צאל פריוואטע קארס מיט א פערטל, און דערביי געלינדערט דעם טראפיק פראבלעם.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל