דער געוועזענער רעכטער האנט פון פרעזידענט טראמפ איז היינט ערשינען פארנט פון קאנגרעס, און שאקירט די קאנגרעסלייט מיט זיינע שארפע ווערטער קעגן זיין געוועזענער אויבערהאר, און אים באשולדיגט אין אלדאס בייזן. אנגעהויבן מיט זיינע ביזנעס האנדלונגען, זאגנדיג אז ער האט רעגלמעסיג ליגנט געזאגט און געשווינדלט זיך רייכער צו מאכן, און דאן אראפגעריסן זיין כאראקטער און אים אראפגעמאלן אלס ליגנער און ראסיסט.

ער האט איבערגעוויזן א טראמפ האט אים צוריקבאצאלט געלט וואס ער האט געצאלט צו דערשטיקן נעגאטיווע געשיכטעס דורכאויס דעם קאמפיין, א זאך וואס קען זיין א קאמפיין פינאנץ פארלעצונג, און אויך צוגעשטעלט פינאנציעלע דאקומענטן פון די טראמפ ארגאניזאציע וואס - לויט אים - טוט איבערווייזן אז טראמפ האט איבערגעטריבן זיין אייגענטליכע ווערד. אזוי אויך האט ער צוגעשטעלט מער דעטאלן איבער די פרואוו פון פרעזידענט טראמפ צו בויען א פראיעקט אין מאסקווע. לויט אים איז טראמפ זינט דאן געווען אנגעוויזן אין די רוסן אז זיי זאלן אים באשטעטיגן זיין פראיעקט, און דעריבער קאמפראמיזירט. אזוי אויך האט ער געזאגט, אז ער האט פערזענליך מיטגעהאלטן ווי פרעזידענט טראמפ האט באקומען אינפארמאציע איבער וויקיליעקס פרואוון צו אונטערמינעווען די קלינטאן קאמפיין. ער האט צוגעלייגט אז טראמפ האט נישט געוואלט ארויסגעבן זיינע שטייער דאקומענטן, ווייל עס וועט אים קאסטן צוריקצוצאהלן וואס ער האט אומלעגאל צוריקגעהאלטן.

ווידיאס


עפענונג סטעיטמענט

ערשטע טייל


צווייטע טייל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל