דער יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער שינזא אבעי האט געזאגט אז זיין רעגירונגס פלענער צו אריבערפירן אן אמעריקאנער באזע פון יאפאן צו אקינוואווא אינזל וועט ווייטער גיין טראץ וואס די ארטיגע איינוואוינער האבן געשטימט אין א רעפערענדום קעגן דעם פלאן. זאגנדיג אז טראץ וואס ער פארשטייט די סקפעטישקייט פון לאקאלע אינוואוינער קען ער נישט צוריקדרייען דעם צוואנציג יעריגן פראיעקט צו אריבערפירן אהין דעם באזע. די רעדע איז פון דעם אמעריקאנער מארין באזע אין פוטאנעמע, יאפאן, וועלכע ווערט אפט באצייכנט אלס די געפארפולסטע באזע אין די וועלט צוליב דעם וואס עס געפונט זיך אין א געדעכט באוואוינטע געגענט, און דעריבער זוכן די אויטאריטעטן עס צו אריבערפירן צו דעם אקינאווע אינזל וועלכע פארמאגט שוין די גרעסטע אמעריקאנער באזע אינעם פאסיפישן ראיאן.

ארום 72% פון די אייוואוינער האבן אויסגעדריקט קעגנערשאפט צו דעם פלאן, זאגנדיג אז די אנוועזנהייט פון אמעריקאנער טרופן מאכט דעם אינזל אלס א פיינטליכע ציל, און אזוי אויך ברענגט דאס פארברעכן אויפן אינזל דורך אמעריקאנער טרופן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל