קאנגרעס האט היינט דורכגעפירט וואָס אַדוואַקאַטן רופן די וויכטיגסטע גאן קאָנטראָל ביל אין מער ווי צוואנציג יאהר, ווען זי האט באשטעטיגט די ערשטע פון צוויי בילס געציהלט צו פארשטערקערן די פעדעראלע בעקגראונד טשעק סיסטעם פארן קויפן געווער. די ביל וועט לכאורה בלייבן שטעקן אין די הויז, ווייל דער סענאַט וועט ווארשיינליך נישט ארויפברענגען די פארשלאג פאר א וואוט, און אַפילו אויב זי ברענגט דאס יא אויף, וועט דער פּרעזידענט מסתם עס וועטאירן.

די שטימען אויף די ערשטע ביל, גערופן די "אומפארטייאישע בעקגראַונד טשעקס אקט פון 2019", איז דורכגעגאנגען מערסטענס דורכאויס פּאַרטיי ליניעס 240-190. א צווייטע ביל פארלאנגט צו פארלענגערן די צאהל טעג אַ וואפן האנדלער מוז וואַרטן פאַר פעדעראלע בעקגראַונד טשעקס ווערן געענדיגט. היינטיגע צייטן, איז די וואַרטן צייט דריי ביזנעס טעג. די ביל, וואָס איז ערווארטעט צו גיין דאנערשטאג פאר א וואוט, וואָלט עס פארלענגערט צו צען געשעפט טעג.

ווי איר נאָמען זאגט, האט די ערשטער ביל גענאסן פון באַשיידענע רעפובליקאנער שטיצע, ציענדיג אַפילו פינף רעפובליקאנער ספּאַנסאָרס. ביים ענדע, האבן בלויז אַכט רעפובליקאנער אריבערגעקרייזט פּאַרטייאישע ליניעס צו שטיצן די ביל.






קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל