דער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן אז זיי עפענען אן אויספארשונג צו אריינקוקן אין די באשולדיגונגען איבער גאר שווערע און אונטערמענטשליכע אומשטענדן אינעם פעדעראלן מעטראפאליטען טורמע אין די סאנסעט פארק געגענט אין ברוקלין.

דאס קומט נאכדעם וואס די ארעסטאנטן זענען אויסגעשטאנען אומדערהערטע קעלט דורכאויס די לעצטע כוואליע פון שוידערליכע קעלט וועלכע האט געפלאגט ניו יארק, און די געביידע האט נישט געהאט קיין עלעקטעריציטעט, און די 1,600 ארעסטאנטן האבן נישט באקומען די מינימאלע באדינגונגען ווי הייס וואסער און הייצונג.

דאס האט געברענגט אויפמערקזאמקייט צו נאך פארלעצונגען פון מענטשן רעכט אין דעם טורמע, אריינגערעכנט דאס פארנאכלעסיגן די געזונט צושטאנד פון ארעסטאנטן, און היינט האט דער אינספעקטאר דזשענעראל געזאגט אז דער יוסטיץ דעפארטמענט עפנט אן אויספארשונג דערוועגן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל