דער געוועזענער ניו יארקער מעיאר מייקל בלומבערג האט זיך געלאזט הערן מיט קריטיק קעגן זיין נאכפאלגער אינעם פאזיציע מעיאר ביל דעבלאזיא איבער דעם אפמאך וואס די סיטי האט געשלאסן מיט עמעזאן צו עפענען אירע הויפטקווארטירן אין קווינס, זאגנדיג אז עמעזאן וואלט סיי ווי געקומען קיין ניו יארק אהן דעם וואס די סיטי זאל איר געבן די מאסיווע שטייער שניטן וועלכע וואלטן געקענט בענעפעטירן די ניו יארקער איינוואוינער.

דעבלאזיא איז אים נישט שולדיג געבליבן, זאגנדיג ״עס איז איראניש אז א ביליאנער וועלכע האט אליינס געקעמפט פאר מאסיווע שטייער שניטן פאר זיינע אייגענע ביזנעסער לאזט זיך הערן איבער דעם״, און אויך צוגעלייגט אז בלומבערג האט אויך געגעבן צענדליגע ביליאנען אין שטייער שניטן פאר פארשידענע קאמפאניס אז זיי זאלן קומען קיין ניו יארק.

דער עמעזאן אפמאך ווערט אויך שטארק קריטיקירט דורך לאקאלע פאליטיקאנטן פון קווינס, אריינגערעכנט דעם סטעיט סענאט דעפיוטי מאיאריטעט פירער מייק גיאנאריס פון קווינס וועלכע האט נעכטן עפנטליך גערופן גאווערנער קאומא צו אנולירן דעם אפמאך, זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען בלויז שאדן פאר לאקאלע איינוואוינער.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל