נאך לאנגע חדשים וואס זי האט געהאלטן געשפאנט דעם ביזנעס וועלט איבער איר באשלוס וועלכע לאקאל צו אויסוועלן פאר אירע פרישע הויפטקווארטירן, האט עמעזאן האט היינט אפיציעל באשטעטיגט די קלאנגען, נעמליך אז זי וועט טאקע ברענגען טייל פון אירע מאסיווע הויפטווארטירן קיין ניו יארק, און זי וועט אויפשטעלן א מאסיווע צענטער אין לאנג איילענד סיטי אין קווינס. עמעזאן האט פארשפראכן צו אינוועסטירן 5 ביליאן דאלער אין אנטוויקלען אירע הויפטקווארטירן, און וועט דערפאר קריגן א שטייער קרעדיט פון 3 ביליאן דאלער. אויסער דעם וועט זי קריגן א גרענט פון 1.25 ביליאן דאלער פון די סיטי, מיט די באדינגונג אז זי וועט ברענגען 25,000 דשאבס, און זי וועט קריגן 1.7 ביליאן אויב זי ברענגט 40,000 דשאבס.

גלייכצייטיג האט עמעזאן איינקווארטירט א פיליאלע פונעם נייעם הויפטקווארטיר אין קריסטעל סיטי, ווירדשיניע, נישט ווייט פון וואשינגטאן די.סי. זי האט דערפאר באקומען א ספעציעלע גרענט פון ווירדזשיניע פון 819 מיליאן דאלער, און אין אויסטויש האט זי זיך פארפליכטעט צו ברענגען 25 טויזנט דשאבס, מיט א דורכשניטליכע געהאלט פון $15,000 יערליך.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל