נאך לאנגע חדשים וואס עס האט אויסגעקוקט אז די געשפרעכן זענען פרוכטלאז, האבן היינט באאמטע אין בריטאניע און אינעם אייראפעאישן פאראיין געמאלדן אז ביידע זייטן זענען געקומען צו א פארשטענדעניש איבער אן אפמאך וועלכע זאל אוועקשטעלן די צוקונפטיגע באציאונגען צווישן אייראפע און בריטאניע נאכדעם וואס זי פארלאזט דעם פאראיין. די פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי האט פאררופן א דריגענדע קאבינעט זיצונג יעצט ביינאכט צו באקומען ענדגילטיגע שטיצע פון איר רעגירונג פאר׳ן אונטערשרייבן דעם אפמאך, אבער דער אפמאך שטייט אויס קעגנערשאפט פונעם רעכטן לאגער אינעם קאנסערוואטיוון פארטיי, וועלכע זאגן אז דאס לאזט איבער צופיל קאנטראל פאר אייראפע איבער האנדל און שטייערן.
מעי און אירע מיניסטארן ארבייטן פיבערהאפטיג צו באקומען שטיצע פאר דעם אפמאך אינעם בריטישן פארליאמענט, און גלייכצייטיג גרייט מען זיך פאר א סאמיט צווישן בריטאניע און די 27 אייראפעאישע לענדער וועלכע איז ערווארטעט צו פארקומען ביים ענדע פונעם חודש אין בריסל וואו מען איז ערווארטעט צו אונטערשרייבן דעם אפמאך.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה