נאך 24 שטונדן פון קעגנזייטיגע באמבאדירונגען, האט מדינת ישראל אנגענומען א ביטע פון כאמאס פאר א פייער אפשטעל.

די רעגן פון איבער 400 ראקעטן פון עזה, האט נעכטן געקאסט דאס לעבן פון אן איינוואוינער אין אשקלון, און נאך צוויי פרויען זענען שווער פארוואונדעט געווארן ווען א ראקעט האט באטראפן זייער הויז. אין די זעלבע צייט האט צה״ל באמבאדירט איבער 100 טעראר צילן פון כאמאס, אריינגערעכנט די צענטראלע טעלעוויזיע הויפטקווארטירן אין עזה. היינט אינדערפרי האט כאמאס געשיקט מעסעדשעס מיט פארשידענע אינטערנאציאנאלע שליחים, אז זי זוכט נישט קיין מלחמה, און אז זי וועט אפשטעלן די ראקעטן אויב מדינת ישראל שטעלט אפ די אפעראציעס אין עזה. נאך א לענגערע קאבינעט זיצונג איז מדינת ישראל איינגעגאנגען דערויף. אין די זעלבע צייט קומען פאר העפטיגע געשפרעכן פאר א ברייטערע אפמאך צווישן כאמאס און מדינת ישראל פאר א לאנג טערמיניגע פארשטענדעניש, און מעגליך אראפנעמען דעם בלאקאדע אויף עזה וואס האלט שוין אן איבער צען יאר.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל