די עף-בי-איי האט ארויסגעגעבן אן איבערזיכט איבער פארברעכן אין אמעריקע אין די פארלאפענע יאר, און עס צייגט א שרעקעדיגע אויפשטייג אין האסן פארברעכנס, ספעציעל אנטיסעמיטישע אטאקעס אין לויף פון 2017.

אלעס אינאיינעם זענען באריכטעט געווארן 8,437 האסן פארברעכנס, קעגן 7,321 א יאר פריער. ווען עס קומט צו אנטיסעמיטיזם, האט מען געזען א שפרונג פון 17%, פון 834 אינצידענטן. מיט א יאר פריער איז דאס יאר באריכטעט געווארן 976 אינצידענטן, פון וועלכע 1,017 אידן זענען באטראפן געווארן.

דער אמטירנדער אטוירני זשענעראל מעטיו וויטעקער האט זיך באצויגן צום באריכט, און געזאגט אז דער יוסטיץ דעפארטמענט וועט נעמען שריט צו באקעמפן די אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם און האסן פארברעכנס אין אמעריקע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל