אין די לעצטע וואכן טוט די פרישע פראגרעסיווע קאנגרעספרוי פון קווינס אלעקסאנדריע אקעסיע-קארטעז אויפטרייבן אסאך אוימערקזאמקייט מיט איר אקטיוויזם פאר פארשידענע פראגרעסיווע לעגיסלאטיווע אגענדעס וועלכע זענען פיל מער לינקס ווי איר פארטייאישע פירערשאפט. זי האט אויפגעטריבן שטיצע דארפאר פון גאר פראמינענטע דעמאקראטן, אריינגערעכנט אלע פאטענציעלע פרעזידעטליכע קאנדידאטן, און געניסט אויך פון א ווארימע אינדארסירונג פונעם געוועזענעם וויצע פרעזידעט אל גאור.

אבער נעכטן האט די ספיקער נענסי פעלאוסי צום ערשטן מאל עפנטליך געטריבן שפאס פון איר פלאן, וועלכע זי רופט "גרין ניו דיעל" וועלכע פּראַפראַזירט דעם "ניו דיעל" פון פרעזידענט פרענקלין דעלאַנאָו רוזעוועלט צו באקעמפן ארימקייט, אבער זוכט צו אדרעסירן דעם פראבלעם פון גלאבאלע קלימאט טויש דורך דראסטישע לעגיסלאטיווע שריט צו איינצוימען לופט פארפעסטיגונג און מיסט פארשווענדעניש.

פעלאוסי האט ביי א פרעסע קענפערענץ געזאגט אז די דעמאקראטישע פירעשאפט באטראכט פארשידענע פלענער פאר די לעגיסלאטיווע דעמאקראטישע אגענדע צום נייעם קאנגרעס. ווען זי איז געפרעגט געווארן איבער דעם גרין ניו דיעל, האט זי געזאגט "דער 'נייע גרינער חלום', אדער וויאזוי אימער מען רופט דאס, קיינער ווייסט אפילו נישט וואס דאס איז, מיר וועלן דאס אויך באטראכטן".


די דרעפט פון די "נייע גרינע דיעל"

די פראגעס און ענטפערס איבער די "נייע גרינע דיעל"

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל