נאכדעם וואס דער שאטדאון איז פאראיבער און מען שטייט נאך דעם "סטעיט אוו די יוניאן", האבן זיך די דעמאקראטן גענומען צו איינע פון זייערע מיסיעס פאר די קומענדיגע לעגיסלאטיווע סעסיע, נעמליך צו האמערן דעם טראמפ אדמיניסטראציע מיט אויספארשונגען, הויפטזעכליך וואס אנבאלאנגט די מעגליכע פארבינדונגען צווישן רוסלאנד און זיין קאמפיין.

דער נייער פארזיצער פונעם קאנגרעסיאנעלע יורידישע קאמיטע עדעם שיף האט געזאגט אז זיין קאמיטע וועט אויך אריינקוקן אין מעגליכע פינאנציעלע מיסברויכן און קעגנזייטיגע אינטערעסן פון טראמפ און זיין אדמיניסטראציע, א זאך וואס האט געברענגט א פלייץ פון טוויטער אטאקעס פונעם פרעזידענט קעגן שיף און די דעמאקראטן, זאגנדיג אז זיי זענען גענצליך אראפ פון די רעלסן.

אין די זעלבע צייט האט דער אמטירנדער אטוירני זשענעראל צוריקגעצויגן א פארשטענדעניש צו קומען פאר א פארהער פארנט פון די קאמיטע, נאכדעם וואס די דעמאקראטן האבן אנגעדייטעט אז זיי וועלן אים צווינגען צו שווערן איבער פריוואטע געשפרעכן מיט׳ן פרעזידענט און איבער ווי ווייט ער איז פארמישט אינעם רוסלאנד אויספארשונג. ער האט קלארגעשטעלט אז ער וועט בלויז קומען אויב קריגט ער נישט קיין סובפינע.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל