נאכדעם וואס דער סעקערטערי אוו סטעיט מייק פאמפעאו האט געמאלדן אז אמעריקע ציט זיך ארויס פונעם מיסיל טריטי וועלכע איז אונטערגעשריבן אין ליכט פונעם קאלטן קריג, וויבאלד רוסלאנד פארלעצט דעם טריט מיט׳ן פראדוצירן מיטל שטרעקיגע באליסטישע מיסילס און וואפן וועלכע זענען פארבאטן אונטער דעם טריטי, האט דער רוסישער רעגירונג געזאגט אז זי פראדוצירט אירע מיסילס צוליב דעם וואס אמעריקע באדראעט אירע מיליטערישע מעגליכקייטן, און דעריבער האט זי ערשט פארלעצט דעם טריטי. א זאך וואס ברענגט קעגנזייטיגע באשולדיגונגען, וואס קען פירן צו א טויטליכע וואפן פארמעסט.

היינט האט דער רוסישער מיליטער איבערגעגעבן אירע פארלאנגען צום אמעריקאנער מיליטער, אויב וויל מען זיך צוריקקערן צום טריטי. דאס נעמט אריין דאס אוועקנעמען מיליטערישע מיסיל שוץ סיסטעמען פון רומעניע, און ענדיגן מיסיל דראון פראגראמען וועלכע איז לויט רוסלאנד א פארלעצונגע פונעם טריטי.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל