די סענאט דזשודישיערי קאמיטע האט היינט באשטעטיגט די נאמינאציע פון וויליאם באר צו זיין דער קומענדיגע אטוירני דזשענעראל. די אפשטימונג איז געווען אלע צוועלף רעפובליקאנער פאר אים און די צען דעמאקראטן קעגן אים. זיין נאמינאציע גייט איצט צו די פולקאמע סענאט פלאר, וואו די רעפובליקאנער האבן דריי אין פופציג זיצן.

וויליאם באר איז געווען אויף דעם פאסטן נאך אין די צייטן פון בוש דער ערשטער. ער דרייט זיך אין וואשינגטאן פאר רוב יארן זינט דאן. ער איז אן אינסיידער. די וואשינגטאן רעפובליקאנער האבן זיך איינגערעדט און זיי האבן איינגערעדט טראמפ אז אויב נעמט ער איינער וואס איז "רעספעקטירט ביי יעדן" – דאס מיינט, איינער וואס איז א ביוראקראט און מעגליך נישט שטארק אויף א רייע אישוס – וועט ער גרינגער באשטעטיגט ווערן. ביים אים נאמינירן, האט טראמפ טאקע געהאלטן אין איין טוויטן אז באר איז רעספעקטירט ביי יעדן. זיי כאפן נאכנישט אז ווען עס קומט צו טראמפ איז נישטא קיין אלטע רולס און רעספעקט. איצט אז אינעם קאמיטע איז ער דאך סייווי ארויס אויף פארטיישיע ליניעס, האבן זיי דאך געקענט האבן אזא איינער וואס עריק האלדער איז געווען צו אבאמא.

די אנדערע סיבה - אויסער זיך איינרעדן אז האבן א "רעספעקטירטן" מענטשן איז גוט - פארוואס זיי האבן נישט גענומען א האלדער, איז ווייל די אלטע-געזעצענע אין וואשינגטאן ווילן אז טראמפ זאל זיין אראפגעבינדן און אונטער אנגייענדע שאטן. אריינברענגען א האלדער וואס וועט זיך אננעמען פאר טראמפ איז די לעצטע זאך וואס זיי האבן געוואלט. איי וויאזוי נער'ט מען אריין טראמפ אין נעמען א פאליטישע שוואכלינג? זאג פאר טראמפ אז באר איז "רעספעקטירט"; א זאך וואס טראמפ גלייכט אויף זיינע ארומיגע, און זאג פאר טראמפ אז האבן אזא איינער וועט זיכער העלפן מיט די באשטעטיגונג.

בעיסיקלי טייל רעפובליקאנער מיינען נעבעך אז נעמען אזא איינער ווי באר וואלט באמת געהאלפן מיט זיין באשטעטיגונג, בעת וואס אנדערע פירענדע רעפובליקאנער זוכן בלויז צו האלטן טראמפ איינגעצוימט. ער זעהט דאך אז די סענאט שפיאנאזש קאמיטי האלט אפן זייערע רוסישע אויספארשונג שוין איבער צוויי יאר, טראץ דעם וואס דער פירער פונעם קאמיטע האלט אין איין זאגן אז ער זעהט נישט קאלודזשען. און אזוי זינקט טראמפ טיפער און טיפער אינעם זומפ אריין.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל