סעקערטערי אוו סטעיט מייק פאמפעאו האט היינט געמאכט דעם אפיציעלן מעלדונג אז ער אמעריקע וועט זיך מער נישט האלטן צו דעם אפמאך וואס זי האט געשלאסן מיט רוסלאנד אין 1987. דער אפמאך לייגט א פארבאט אויף די אנטוויקלונג פון מיד-רעינדש נוקלעארע מיסילס, און אמעריקע זאגט אז רוסלאנד טוט פארלעצן דעם אפמאך זינט 2014 מיט די אנטוויקלונג פון נייע באליסטישע מיסילס. דער סעקערטערי אוו סטעיט וועט געבן 180 טעג פאר רוסלאנד צו זיך פריש פארפליכטן צום אפמאך, און אויב נישט קען דאס פירן דערצו אז אמעריקע זאל אוועקשטעלט מיסילס אין אייראפע, א זאך וואס רופט ארויס זארג איבער א פרישן קאלטן קריג צווישן אמעריקע און רוסלאנד.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל