טעלעפאן וועלכע זענען ערהאלטן געווארן דורך די סענאט שפיאנאזש קאמיטע צייגן אז - אנדערש ווי מען האט פריער פארדאכטעט - זענען טעלעפאן רופן פון טראמפ דזשוניאר נישט געווען צו זיין טאטן נאר צו זיינע ביזנעס שותפים. פאר א לאנגע צייט זענען עטליכע אנאנימע טעלעפאן רופן בעפאר און נאך דעם זיצונג מיט א קרעמעלין לויערקע אין טראמפ טאוער געווען א מיסטעריע, און עס האט געברענגט א פארדאכט אז ער האט גערעדעט מיט׳ן קאנדידאט זעלבסט, וואס וואלט געמיינט אז פרעזידענט טראמפ קען פערזענליך ווערן פארבינדן צו מעגליכע פארלעצונגען און פארבינדונג מיט רוסלאנד, אבער עטליכע קוועלער אין סענאט זאגן יעצט אז די טעלעפאן רופן זענען נישט געווען פארבינדן צום זיצונג מיט די רוסישע לויערקע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל