א זעלבסטמאָרד באָמבע ציהלענדיג אַ אויטאָבאָס טראגענדיג זעלנער פון איראַן'ס עליטע רעוואָלוציאַנערע גאַרד קרעפטן האט געהרגעט צום ווייניגסטענס 20 מענטשן און פארוואונדעט 20. אַ על-קאַידאַ-פאַרבונדענע סוני ראדיקאלע גרופּע וואס אפערירט איבער די פּאַקיסטאַנער גרעניץ האט גענומען פאַראַנטוואָרטליכקייט פאר די אַטאַקע.

די אטאקע איז געקומען אין די זעלבע טאָג, וואס אַ אמעריקאנער-געפירטע קאָנפערענץ אין ווארשע האט אויך געדארפט דיסקוסירן איראַן'ס שעליכע איינפלוס איבער די ברייטערע מיטל מזרח. עס קומט אויך צוויי טעג נאָכדעם וואס איראַן האָט געפייערט די 40'סטע יאָרטאָג פון איר מוסלעמענער רעוואלוציע. דער איראַנער אויסערן מיניסטער מוכאמעד זשאוואד זאריף האט געזאגט אז ער האלט קלאר אז די צוויי זענען פארבינדן. "איז עס נישט קיין צופאַל אַז איראַן ווערט באפאלן מיט טעראר די זעלבע טאָג וואס די 'ווארשעווער צירקוס' הייבט זיך אן?" האט זאריף געפרעגט דערביטערט אויף טוויטער.

איבערבלייבעניש פונעם אויטאבאס
איבערבלייבעניש פונעם אויטאבאס

ווארענונג: די ווידיא ערהאלט שרעקליכע בילדער; נישט פאר שוואכע הערצער
שרעקליכע ווידיא פון די סצענע, גלייך נאך די אטאקע

מאפע
מאפע

באריכט פון גמליאל כ"ץ צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל